top of page
לשיר , ללמוד ולצחוק ביידיש
מילים לשירים
שוואַרצע קאַרשעלעך רייסט מען
און גרינע לאָזט מען שטיין
שיינע מיידעלעך נעמט מען
און מיאוסע לאָזט מען גיין
אוי, ווי איז צו מיר
און ווי צו מיינע פאָר יאָר
אַ ליבע האָב איך געפירט
פעליקע דריי פערטל יאָר
וואָס טויג מיר די פאָלקע מאַזורקע
אַז טאַנצן טאַנץ איך זי ניט
וואָס טויג מיר דאָס מיידעלע פון וווּרקע
אז ליבן ליבט זי מיך ניט
וואָס טויג מיר דער נייער וואַלעץ
אַז טאַנצן טאַנץ איך אים נישט
וואָס טויג מיר דאָס מיידעלע פון שילעץ
אַז ליבן ליבט זי מיך נישט
אַז ליבן ליבט זי מיך נישט
מילים לשירים
published by Y.L. Cahan 1912

bottom of page